Posts tonen met het label KAPLAN Boruch. Alle posts tonen
Posts tonen met het label KAPLAN Boruch. Alle posts tonen

maandag 5 mei 2025

Transcription from an Interview with Rabbi Boruch Kaplan, Principal of Bais Yaakov (1911-1996)

 


Torah Jewa April 23, 2025


דברי הרה”ג ר’ ברוך קאפלאן זצ”ל מנהל בבית יעקב לבנות, באמעריקע – אמגדולי בעלי המוסר (א ווארט ביי ווארט איבערזעצונג פון א טעיפ , ווי ער דערציילט באריכות די גאנצע געשיכטע ווי ער איז געווען איינער פון די איבערלעבער פון דעם באוואוסן פאגראם אין חברון אין יאר תרפ”ט

די צייט וואס איך בין געווען אין חברון איז אויך אויסגעפאלן דאס וואס עס זענען נעבאך אומגעקומען אן ערך פון עטליכע און צוואנציג ישיבה לייט גרויסע תלמידי חכמים און נאך פערציג מענטשן פון די אנשי העיר, וואס די וועלט רופט עס “די פרעות פון חברון” [די חברון פאגראם]. האב איך געוואלט באצייכענען דא א טעות וואס איז אריין געגאנגען אין דער וועלט, א געוואלדיגן טעות, א מורא’דיגע טעות, אז די וועלט האט אנגענומען אז די חברון’נער אראבער זענען געווען רוצחים און זיי האבן באפאלן די יודן מחמת רציחה, מחמת שלעכטקייט. אבער אויב מען וועט אויסגלייכן די ידיעות איז דאס באמת נישט ריכטיג. אוודאי אן אראבער איז אן אראבער, ער איז נישט קיין יוד, אבער זיי זענען געווען זייער פריינטליכע אראבער, די יודן האבן געלעבט מיט זיי זייער פריינטליך, די גוים האבן געארבעט פאר די יודן, און מ’איז געווען צופרידן, עס איז געווען רואיג.

א דוגמא ווי ווייט רואיג עס איז געווען צווישן יודן און די אראבער, למשל איך האב געהאט א מנהג, בערך א מייל-צוויי לעבן חברון איז געווען א בוים וואס עס איז מקובל אז די בוים איז געווען די אשל אברהם, וואו אברהם [אבינו] האט אויפגענומען די מלאכים, האב איך געהאט א גרויסן הרגש פון צייט צו צייט צו גיין באזוכן דעם בוים, (מובא בחוט המשולש תולדות מרן החת”ס שאכן מקובל שזה הי’ של א”א) ספעציעל אין זומער צייט ווען ס’איז ווארים. דארט איז אבער נישט געווען קיין ישוב, ס’איז געווען יעדע 5-7 בלאק אן איינצעלנע הויז, איך פלעג אביסל רעדן מיט זיי, מ’האט זיך פארשטאנען מיטן וואונק (נישט קענענדיג דעם אראבישן שפראך).

קיינער אין ישיבה האט מיר נישט געזאגט גיי נישט אונטערן שטאט, ס’איז א סכנה, “אראבער!”. ס’איז נישט איינגעפאלן, אזוי פריינדליך האט מען געלעבט מיט די אראבער. אויך האב איך געזען א בריף פון גערער רבי’ן, אין יענע יארן שרייבט ער אז ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, אזוי ווי ס’האט אנגעהויבן ווערן א באוועגונג, אז מען וויל אוועקפארן פון פוילן קיין ארץ ישראל, האט ער געוואלט זען וואס פאר א סארט פאלק דער אראבער איז, ווי אזוי צו ראטן די מענטשן, צו מען זאל יא פארן אדער נישט פארן, שרייבט ער דארט אין דעם בריעף אז דער אראבער איז זייער א פרידליכע פאלק, און א פיינער פאלק. דערפאר וויל איך זאגן אז ס’איז אריין א געוואלדיגע גרייז אין דער וועלט אז די חברון’ער אראבער זענען געווען גרויסע רוצחים, און באפאלן די יודן.

מעשה שהי’ לא כך הי’, נאר וואס דען? וועל איך אייך -ביי דעם געלעגנהייט- זאגן מעשה שהי’. די מעשה איז אזוי, די היינטיגע ציונים די רשעים, איז שוין דעמאלטס אויך געווען די זעלבע זאך אזוי ווי היינט, זיי האבן געקערט די וועלט דארטן, אזוי ווי היינט מאכן זיי ביטערע אומגליקן ביי די מלחמות מיט די אראבערס, ס’איז שוין אומגעקומען אזויפיל יודן זאל דער אויבערשטער אונז אויסהיטן, דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז. דעמאלסט אויך זענען זיי ארויס געגאנגען איין מאל מיט א לאזונג אז דער כותל [המערבי] איז א יודישע נאציאנאלע אייגנטום, די אראבער געווענטליך האבן געהאלטן פארקערט, אז שוין 1100 יאר איז דאס זייערע. וואס קען מען טאן, מיר זענען דאך אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצנו, אבער עס האט זיך אנטוויקעלט די ציוניסטישע באוועגונג, זענען געקומען די פוסטיאקעס די אלע שווארץ יארן, האבן זיי געזאגט “די כותל איז אונזערע”, (עס איז בכלל א קשיא וואספארא שייכות האבן זיי צו די מקומות הקדושה). איז געווארן א גרויסע ויכוח אין די צייטונגען. און דערנאך האבן זיי געוואלט מאכן א מקום קבוע צו דאווענען, (כאטש אז זיי האבן אזא שייכות צום דאווענען אזוי ווי גרון [דער דעמאלסדיגער רב הראשי] האט א שייכות צום דאווענען, ער גייט אויפן מקום המקדש מאכן א מנין), צו ענטעגענייזן [רייצן] די אראבער און צוביסלאך מער אריינקריכן, און ס’האט צוגעברענגט צו סכנת נפשות.

 

ר’ יוסף חיים זאנענפעלד האט זיי געבעטן ברחמים “לאזט אפ!”, ס’איז גענוג אז די אראבער טוען א חסד און לאזן אונז קומען דאווענען, אבער אויף א קביעות האבן מיר קיינמאל נישט געהאט קיין חזקה, עס איז נישט אונזער ארט, ס’איז זייער ארט עד ביאת גואל צדק, אבער זיי האבן נישט געפאלגט, זיי האבן געמאכט א גרויסע אסיפה, אין ירושלים מ’האט געזאגט אז ס’איז געווען 10,000 מענטשן, אויסצורופן אז ס’איז פאר די יודן, און זיי רופן זיך יודן (כאטש דער חפץ חיים שרייבט אז זיי זענען נישט קיין יודן, די ציונים זענען זרע עמלק), איינער פון די רעדנער איז געווען דער רב הראשי האט ער אויסגערופן אזוי: “שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד”, דאס איז געווען אין אלע צייטונגען. האט זיך צוהיצט און צופלאקערט צווישן די ציונים און די אראבער, השם ירחם. דערנאך, איינמאל, מ’איז געזיצן אין חברון און געלערנט, זעען מיר אין שטאט לויפן ארום בויעס [יונגאטשן] מיט קורצע אפגעשניטענע הויזלעך און מיט געווער מיט בייסעקלס און מאטערסייקעל’ס, און לויפן ארום אין די הויפט גאסן אין חברון אהין און צוריק, פון די געווער האט מען זיך דערשראקן, וואספארא מעשה? מער פעלט דא נישט.

 

בקיצור, האט מען געשיקט רופן אט די חברה, צום ר’ משה מרדכי [עפשטיין, דער משגיח אין חברון’ער ישיבה], און זיי האבן נישט געוואלט קומען, מען האט געמוזט גיין צו זיי, האט מען זיי געפרעגט, פאר וואס קומט איר?

 

מה ראו על ככה? וואס טוט איר דא? ס’פעלט אונז אויס? איר וועט [דאך דערמיט] אויפרייצן די אראבער! ס’רייצט זיך שוין אזוי אויך!. האבן זיי געענטפערט, מיר קומען אייך פראטעקטן [שוצן]. האבן מיר געזאגט, געוואלד! רחמנות!, און זיי האבן נישט געוואלט אוועקגיין, ביז וואנען ס’איז געווארן צו שפעט. ביז ווען די פירער פון די אראבער האבן אויפגעקליבן פון אסאך דערפער גרויסע מאסן’ס פון אראבער דארט, (און ווי געווענטליך פארשטייט זיך די צוואנציג קאווערדס [שוואך כאראקטערדיגע מחוצפים] זענען אנטלאפן, זיי האבן ארויסגעכאפט זיך), און ס’שוין געווען שפעט, זיי האבן זיך ארגענעזירט, זייער מופטי האט געזאגט א גרויסע רעדע פאר זיי, זיי האבן געמיינט אז פרייטיג צונאכטס קומט די גאנצע ישיבה דאווענען, וועלן זיי אריינקומען אנפאלן די גאנצע ישיבה און אטאקירן.

 

איי די ישיבה איז אליין געגן די ציונים, און געגן די פאסקודניאקעס, געגן די אלע זאכן. אבער די אראבער ווייסן דאך נישט, לא ידעו להבחין. האבן זיי געקומען, ס’איז געווען א גרויסער קרבן א עולה תמימה, ר’ שמואל ראזנהאלץ. ווען ס’איז שוין געווען א טומל אין שטאט זענען אלע געבליבן אינדערהיים, אבער ער איז געווען א גרויסער מתמיד, א מורא’דיגער מתמיד, ער האט געקענט לערנען 80 בלאט גמרא א טאג, האבן זיי איהם געטראפן און זיי האבן בעונותינו הרבים [ער ציוויינט זיך] גע’הרג’עט און פארגאסן זיין בלוט אויף די אפענע גמרא וואס ער האט געלערנט. די פאליציי האט דאן אריינגעמישט זיך אין אווענט און ס’האט זיך אביסל איינגעשטילט. אויף מארגן אינדערפרי פארטאג האבן מיר געהערט ווי עס טומלט זיך אין שטאט, און וואס מערער אלץ האט מען געהערט קולות וברקים, און איך בין געווען צוזאמען מיט נאך איינעם, מיט אברהם אושפענער, האבן מיר געוואוינט אין א דירה געדונגען ביי א יוד, וואס ער האט געהאט געדונגען א גאנצן אפארטמענט ביי אן אראבער, ס’איז געווען 3 שטאק, מיר זענען געווען אויף’ן אויבערשטן שטאק, און אזוי ווי ס’איז געווען גרויסע געשרייען אין שבת, מ’האט געזאגט וידוי, האב איך געהאט פארשידענע מחשבות דאן… אבער אז מען האט געהערט אז מען קלאפט זייער שטארק ביי אונז אין טיר אונטן, א לענגערע צייט נאכער האבן מיר אויסגעפונען וואס איז געווען די קלאפערייען טיר, אז אבוסאלא דער אראבער האט זיי נישט געוואלט אריין לאזן ווייל ער האט געוואוסט אז זיי גייען אויף רציחה, זיי זענען אויפגעהעצטע, און ער האט נישט געוואלט, אזוי איז אויך געווען אין אסאך ערטער וואס די אראבער האבן נישט אריינגעלאזט, קוים קוים האט ער אויסגעהאלטן א פאר שעה, נאכער האט דער אויבערשטער געהאלפן און ס’איז געווארן שטיל, סיי ביי אונז האט מען נישט געקלאפט און סיי אין שטאט. – ס’איז געווען 65 מענטשן נעבאך קדושים וטהורים וואס ס’איז שוין געווען לאחר המעשה…!!!, אבער די אנדערע חלק פון שטאט רוב רובם זענען געראטעוועט געווארן… פארוואס פארצייל איך די מעשה דא, איך האב געוואלט דאס זייער שטארק מפרסם זיין, וואס די ציונים די רשעים -זייער טאטעס און די היינטיגע- האבן אונז אנגעטון צרות, רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי, זאגט דאך די הייליגע תורה אז אן יראת שמים איז רציחה פשוט, און דאס האבן זיי געטאן א מעשה פון אזוי פיל יארן עד היום הזה, זיי האבן קאאפערירט מיט די נאציס, ווי ס’איז באשריבן אין די ביכער אז זיי זענען געווען שותפים מיט די נאציס, (אויסער דעם ענין וואס די חז”ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו), זעקס מיליאן יודן זענען אומגעקומען ווי די גמרא זאגט אין כתובות אז אל תמרדו באומות ואל תעלו בחומה דריי שבועות האט דער אויבערשטער משביע געווען, און אז איר וועט נישט היטן די שבועות הריני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה, און ס’איז נתקיים געווארן אויף אט די זעקס מיליאן יודן, דורך די נאציס [צוזאמען] מיט די זרע עמלק (דער חפץ חיים שרייבט [מובא בכתבי הר”ר אלחנן וואסערמאן הי”ד] אין סוף ספר קובץ הערות ]מאמר אומר אני מעשי למלך] אז די ציונים זענען זרע עמלק), דורך די עבירות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם גאנצן כלל ישראל נאך די ציוניסטישער שמוץ און דער ציוניסטישער געדאנק, און אויך בפועל ממש געווען שותפים צו די ]רוצחים]. ר’ משה שאהנפעלד שרייבט אין א קונטרס, אז ער איז אמאל געקומען צום חזון איש נאך ווי עס האט אויסגעבראכן די מדינה, די אראבער פלעגן פון צייט צו צייט באפאלן יודן, איז יענער געקומען און געזאגט: אוי רבי! איר האט געהערט? עס גייט אדורך עטליכע חדשים, יעדע פאר טעג פאלט א קרבן פון די יודן, אוי וויי אוי וויי, וואס טוט זיך דא? האט אים דער חזון איש געזאגט: מיין טייערע ר’ משה שעהנפעלד! איר זענט גערעכט, אבער עס וואונדערט זיך מיר אויף אזא בר דעת ווי איר זענט. אודאי, עס זענען אין די לעצטע פאר חדשים געווען עטליכע צענדליגע נפשות און יעדער נפש אחת מישראל איז אן עולם מלא. אבער דא שטייען דאך די ציונים, די מדינה, די רשעים, זיי נעמען און שמד’ן אפ יודן, קינדער, הונדערטער טויזענטער אלע טאג, דאס זאל ווייטאן! אזא גזירת השמד וואס מען שמד’ט אפ הונדערטער טויזענטער יודן, און חז”ל זאגן גדול המחטיאו יותר מן ההורגו, דאס האט ער איהם געזאגט. נו, זינט דער חזון איש האט דאס געזאגט איז שוין אסאך יארן אדורך ועד היום הזה. ווי למשל ווען איך רעד דא יעצט, האט מיר איינער געוויזן א צייטונג, א שרעקליכע זאך, אז עס איז דא א מענטש, ער רופט זיך א בריסקער, ווייס איך צו ער איז טאקע א בריסקער? ער איז א קליינע מענטש און א גרויסע שגץ, א רוצח, האט ער גענומען איצטער באליידיגן אמעריקע, דער פרעזידענט רעיגן, מיט א חוצפה וואס עס כאפט ממש א פחד, עס איז נאך אזוי נישט געהערט געווארן. עס קען חלילה ברענגען שמדיות, די אראבער קענען זיך אויפכאפן, און די דריי מיליאן יודן זענען אלע אין סכנת נפשות. וואס גייט אן אזא מנובל? אז די אראבער האבן געהאט אין באגדאד א רעאקטאר, גייט דער רשע צוברעכט עס. דו ווייסט דאך אז עס איז סכנת נפשות פאר אלע יודן, אבער וואס גייט אים אן? ווייל ער וויל ווערן מיניסטער פרעמיער, א שווארץ יאר, קוקט ער נישט אויף גארנישט. די גמרא זאגט אז א קוואל פון וועלכע דו האסט געטרונקען וואסער זאלסטו נישט אריין ווארפן א שטיין, דו פארעך איינער! דו פארעך בעגין! לעבסט אינגאנצן פון אמעריקע, דו מיט דיין פאסקודנע פינסטערע מדינה! ווען נישט אמעריקע וואלסטו נישט געהאט קיין קיום, די גאנצע כח קומט פון אמעריקע, זיי גיבן אייך אלעס, זיי גיבן אייך געווער און אלעס! גייסטו, דו חצוף איינער, ווייל דיר געפעלט נישט, ווייל דיר פאסקודניאק געפעלט נישט זיין פאליטיק. – און די גאנצע זאך קען ארויסרופן צארן ביי די אראבער. סוף כל סוף איז דאך דא הונדערטער מיני אראבער, און רוסלאנד שטייט אויף זיין זייט. – קוקט ער נישט אויף די אלע זאכן, זיין כבוד און זיין פאליטיק פירט איהם אפילו עס זאל קאסטן הונדערטער און טויזנטער אידישע נפשות. און מיט וועמען, רבותי, האט מען זיך דא פארבונדן? אנדערע מענטשן, טאקע פון די רעליגיעזע האבן געזאגט, “התאהבנו בבגין”! מיר האבן זיך פארליבט אין בעגין! עס כאפט א פחד! ער איז דאך געווען דער ראש המסיתים ומדיחים, דער ראש הכופרים, און א מסית ומדיח איז דער דין “לא תשמע לו, ולא תאבה לו ולא תחמול עליו, וגו’”. פינף לאווין זאגט רש”י. דאס איז א יחיד’יגער מסית, ווען ער האט צוגערעט איין מענטשן, טאר מען נישט ליב האבן. היינט, א מאסן מסית ומדיח, א רוצח, א רשע, א ראש הכופרים, פון די מדינה, וואס האט אומגעברענגט די תימן’ער יודנטום, די מאראקאנער יודן, און נאך אסאך ספרדישע, עס איז געווארן פון זיי ציונים און פוסטאקעס, אראפגעפירט פון תפילין, פון תורה. שרייבט איינער פון די רעליגיעזער פארטיי, “התאהבנו בבגין”?! ווי קען מען ליב האבן א מסית? איר האט געהערט??? צו אזא מצב אנקומען? השם ירחם עלינו! …מען האט טאקע געהאלטן ביי אן אנדער ענין, אבער דאס הארץ טוט וויי, כי יחם לבבי, האב איך געוואלט אויסנוצן די געלעגנהייט צו זאגן, מען זאל וויסן אז השם ירחם עלינו, ומה עוללו לנו הציונים הרשעים הארורים האלו! מען דארף צו וויסן אז עס איז פארהאן א טעות אין דער וועלט, מען מיינט אז די אראבער האבן דאס געטון, זאל מען וויסן אז די גאנצע זאך וואס די אראבער זענען געווען אין כעס אויף אונז האבן זיי [די ציונים] געמאכט. ווייל די אראבער זענען געווען א פרידליכן פאלק. בין איך אן עדות, מיר האבן געלעבט מיט זיי אין חברון מיט א פרידליכקייט. גיבט א קוק אין די בריווען פון גער’ער רבי’ן אז די אראבער זענען געווען פרידלעך. און פון די היסטאריע זעט מען אויך אזוי אז אלע פאגראמען זענען געווען בעיקר אין איירופע, די הלכה איז בידוע אז [נאר] “עשו” שונא ליעקב, די אראבער זענען געווען פרידליך אלע דורות. ווער האט דאס געמאכט אז זיי זענען פיינטליך יעצט? די ציונים ארורים! מיר ווייסן דאך הבא להרגך השכם להרגו, די אראבער זענען געזיצן דארט עלעף הונדערטער יארן, (און מיר זענען דארט געווען אין גלות, מפני חטאנו גלינו מארצינו), קומען יעצט בכח ובזרוע און ווארפן זיי ארויס, הרג’ענען, צובאמבען, צובוטשערן זיי, עד היום הזה אין לבנון, מיט די עראפלאנען וואס זיי האבן פון אמעריקע, מעקן זיי אויס גאנצע דערפער. זאל מען וויסן ווער די רוצחים זענען, זיי -די ציונים- זענען די גרעסטע רוצחים וואס די וועלט פארמאגט, זיי האבן זיך אנגעטשעפעט אויפן כלל ישראל און לאזן נישט לעבן ברוחניות און נישט בגשמיות. זאל שוין יעדער מתפלל זיין, אז השם ירחם עלינו!

 

https://torahjews.org/2025/04/23/rabbi-boruch-kaplan

 

 

English Version:

https://jesjoeroen.blogspot.com/2024/03/interview-with-rabbi-boruch-kaplan.html 

dinsdag 12 maart 2024

Interview with Rabbi Boruch Kaplan, Principal of Bais Yaakov (1911-1996)



רבי ברוך קאפלאן זצ"ל מנהל בית יעקב לבנות, ניו יארק

This is a free translation of a Yiddish transcript of a taped interview made some 30 years ago with the late Rabbi Boruch Kaplan, who was a principal of the Beis Yaakov Girls School in Brooklyn, and who was a student in the Hebron yeshiva (religious school) in 1929 at the time of the killing of a number of Jews by some Arabs. Rabbi Kaplan explains how events unfolded, and how it was the arrogant and cowardly Zionists who perpetrated the events by provoking the Arabs. He also adds some comments about events at the time he recounted this story, some 30 years ago.
——————————————————————————–

When I was in Hebron in 1929, there occurred the tragic massacre of over twenty yeshiva students, great scholars, plus another forty members of the Jewish community. I would like to describe the error that has circulated in Jewish communities – a horrible error, that accuses the Arabs in Hebron of being murderers who attacked the Jews simply because the Arabs were “bad people.” In order to correct the record, this error must be corrected. The Arabs were very friendly people, and the Jewish People in Hebron lived together with them and had very friendly relations with them. They worked for Jews, and everybody got along just fine.

To take just one example, I used to have the habit of walking a mile or two out of town all by myself to visit a tree that was believed to be the tree where our patriarch Abraham met the three angels, as described in Genesis. I especially enjoyed visiting the tree in the summertime. Along the way I would talk to the Arabs, though it was mostly using our hands because I didn’t speak any Arabic. Interestingly enough, no one in the yeshiva ever told me it was dangerous to go by myself among the Arabs. We just lived with them, and got along very well.

I have also seen a letter from the Grand Rabbi of the Gerrer Hassidim of those days, Rabbi Avraham Mordechai Alter of Poland, regarding his trip to the Holy Land during the days when people were talking about emigrating to Palestine. He wanted to find out what kind of people the Arabs of Palestine were, in order to be able to advise people whether to move there or not. He wrote in his letter that the Arabs were a very friendly and fine people.

Therefore it’s necessary to set the record straight about the accusations that the Arabs were terrible killers who liked attacking Jews. This was never the situation at all!

Today’s wicked Zionists are just like their predecessors, who were responsible for causing terrible suffering in Palestine with their wars with the Arabs, may G-d have mercy. At that time in 1929, the Zionists had a slogan arguing that the Western Wall in Jerusalem was a Jewish “national symbol.” Of course, the Arabs disagreed with this idea, considering that they had control of the location for over 1,100 years. However, the Zionist mobs were yelling that “The Wall is ours!” It’s hard to understand why they felt that way considering they have no connection to the Jewish holy places whatsoever. An argument erupted in the Jewish newspapers about establishing a permanent prayer area for Jews at the Wall. This provoked the Arabs, and the rabbi of Jerusalem at the time, Rabbi Yosef Chaim Sonnenfeld begged them to stop and to be appreciative to the Arabs for allowing Jews to pray at the Wall for so many centuries undisturbed. However, the Zionists wanted a permanent setup under their control.

The Zionists refused to heed the calls of Rabbi Sonnenfeld, and they called a large meeting of Jews in Jerusalem – supposedly some 10,000 people showed up. One of the speakers was their “chief Rabbi” (Avraham Isaac Kook), who proclaimed, “Hear O Israel, the Wall is our Wall, the Wall is One” (which is a ridiculous pun on the blessing, “Hear O Israel, the Lord your G-d, the Lord is One”). This began the conflict at the time between the Zionists and the Arabs.

Afterwards, we were studying at the yeshiva in Hebron, and saw a bunch of boys in short pants carrying weapons on bicycles and motorcycles, running around the streets of Hebron. We were very worried about this. What were they up to?

In brief, our rabbi, the supervisor of our religious academy, Rabbi Moshe Mordechai Epstein, called them for a meeting, but they refused. He was forced to go over to them, and asked them what they were up to. He accused them of wanting to provoke the Arabs. They responded that they were coming to protect us!! We cried out, “Woe is us! G-d have mercy!” They didn’t want to leave town until it was too late!

These arrogant cowards only ran away when the local leaders of the Arabs called for a mass meeting of the people of the surrounding Arab villages. But it was too late; the Arabs got organized, and the Mufti called on his people to be ready Friday night when the yeshiva would be attending prayers. Of course, the yeshiva itself was anti-Zionist, but the Arabs didn’t know to distinguish between us and the Zionists. Sadly they attacked and killed some of our people, including the great scholar, Rabbi Shmuel Rosenhaltz.

The next morning we heard about the excitement in town, and even worse, we heard the crying and shouting. I and a friend, Avraham Ushpener, lived in an apartment that was part of a three-story building leased by a Jew from an Arab. We could hear all the noise from our apartment on the third floor. We were terrified to let the Arabs in because we knew how angry they had become, but a while later things calmed down. In total, some 65 people were killed. On the other side of town, however, the Jews were spared.

Why am I telling this story? It is because I wanted to describe how the wicked Zionists, both today and in those days, were the cause of our suffering! They cooperated with the Nazis, and our religion teaches that a person who causes someone to sin is worse than someone who kills him.

It reminds me of an event recounted by Rabbi Moshe Schonfeld, who once visited Rabbi Avraham Yeshayahu Karelitz {Chazon Ish) when the Zionist state was established, and when there was fighting between the Zionists and the Arabs. Rabbi Schonfeld told Rabbi Karelitz about what was happening. Rabbi Karelitz told him that the crimes of the Zionists were much worse, because they were wicked heretics who were uprooting hundreds of thousands of Jews from their faith and that is much greater pain since our Sages stated that a person who causes another person to sin is much worse than if he kills him.

In our own days there is a Zionist leader (Begin), whose arrogance and selfishness is more important than anything else to him, and for which he is prepared to sacrifice hundreds and thousands of Jews. These heretics and evildoers, this Zionist leader of a state that killed the Judaism of the Yemenite and Moroccan Jews, and of many other Sephardic Jews! This is the work of these thugs and gangsters. And there are religious Jewish parties who dare to state that they love this man?! Everyone must know that the anger of the Arabs against us is only caused by the Zionists!

The Arabs were a friendly people to us, and I am a witness to it. We lived very well with them in Hebron. Rabbi Avraham Mordechai Alter, the Gerrer Rebbe, attested to this as well, and it is the accursed Zionists who caused them to hate us. The Zionists dare to use their power to expel the Arabs, and even today in Lebanon, they kill and butcher the Arabs; they wipe out whole villages with the airplanes they get from the United States.

Everyone should know who the murderers are – the Zionists are the biggest murderers in the world, who refuse to let the Jewish People live in peace either physically or spiritually!”

Click here to read the original Yiddish transcript.
Click here to listen to the tape of Rabbi Kaplan speaking in Yiddish. The story about the massacre begins 7 minutes into the tape.

tags: 

Rabbinic Quotations

Hebron Massacre

Hebron

Palestinians

Menachem Begin

Transcript, Tape and Tags from Torah (true) Jews are unfortunately no longer available ;-( 

https://torahjews.org/rabbi-boruch-kaplan-principal-of-bais-yaakov-1911-1996/

https://www.nkusa.org/Historical_Documents/KaplanInterview.cfm

 

Wisdom Across Generations

Wisdom Across Generations   Great Torah minds united in understanding   www.torahjews.org